געציילטע לידער פון איציק מאַנגער

Friday, September 09, 2005

פון חומש לידער

--






חווה ברענגט אדמען דעם עפּל

אדם־הראשון ליגט אין גראָז
און שפּײט צום וואָלקן אַרויף.
בעט זיך דער וואָלקן תחנונימדיק:
"אדמשי קרוין, הער אויף!"


שטעלט אים אדם אַרויס די צונג
"כמאַרע קאַפּאַרע, אַבע!
"
און ס´פליט אַ דינער שטראַל – אַ שפּײ
"און נאַ דיר, נעם און זע!"


דער וואָלקן ווישט מיט דער לאַפּע אָפּ
דעם שפּײ און ברומט פאַר כעס:
"אַז מען טוט נישט גאָרנישט גאַנצע טעג

און מען גייט או פּוסט און פּאַס!"


אדם־הראשון לאַכט און קייכט
און שטשירעט די ווײסע ציין,
קומט פון דער גרינער עפּל־אַליי
די מוטער חוה צו גיין.


וואו ביסטו געווען, עוואַ, מײן ווײב?
"
וואו ביסטו געווען, מײן קינד?"
"איך בין געווען אין דער פלוימען־אַליי
און געפּלוידערט מיטן ווינט."


"דו ביסט נישט געווען אין דער פלוימען־אַליי,
דו זאָגסט מיר אַ ליגנט גאָר,
סע שמעקט דאָך מיט עפּל פון דײן לייב
און מיט עפּל פון דיינע האָר."


"כ´בין טאַקע געווען אין דער עפּל־אַליי,
ס´אַראַ שוואַכן זכרון איך האָב;
האָסט טאַקע געטראָפן, אַדאַם מיין מאַן,
אַ לעבן אויף דײן קאָ
פּ."


"וואָס האָסטו געטון אין דער עפּל־אַליי,

עוואַ, מײן גאָלדענעס קינד?"
"איך האָב געפּלוידערט מיט דער שלאַנג
מכוח דער מיצווה זינד."


און ס´ציטערט דער עפּל אין איר האַנט
און פינקלט ווי שאַרלאַך רויט
און ס´שאָטנט אויס די דעמערונג
די תאווה און דעם טויט.


אדם־הראשון פיבערט און קאָן
באין אופן נישט פאַרשטיין,
פאַרוואָס איר קול איז צוקערזיס
און זי איז מלא־חן.


ער שטרעקט מיט אַ ציטער אויס די האַנט. –

וואָס טוסטו, אדם, הא?

די נאַכט לעשט ביידע געשטאַלטן אויס
און פּתח שין מאַכט – שאַ.








יעקב אבינו באַגעגנט זיך מיט רחלען


יעקב אבינו שלעפּט זיך מיד
אין שפּעטן אָװנט אַרײן –
אָט איז דער ברונעם דאָרטן לינקס,
דאָ מוז עס זיכער זיין.

ער נעמט דאָס חומשל אַרױס:
– אװדאי דאָ, –
איז װי זשע קומט עס טאַקע, הא?
װאָס זי איז נאָך נישטאָ

זי גײט, זי לױפט, איי פאָטערל!
מיטן קריגל אין דער האַנט,
נאָך שענער װי אין חומש שטײט –
אַן אמתער באַרליאַנט.

– גוטן אַבענד, שײנע מאַדמאַזעל,
איך בין דאָ, װיסן זי,
אַ גר, אַ פרעמדער אין דעם אָרט,
דאָס הײסט, אַז נישט פון הי.

– נאָר כ'האָב דאָ, פרייליין, װיסן זי,
איין אָנקל אין דעם לאַנד,
ער מוז איהן, פרייליין, װיסן זי,
אװדאי זיין באַקאַנט.

– לבן הײסט ער, װיסן זי,
ער איז נישט אַבי־װער,
ביי אונדז אין שטעטל זאָגט מען אַז
ער איז איין מיליאָנער.

– לאַבאַן האַאַראַמי, יונגער מאַן,
דאָס איז דאָך מיין פּאַפּאַ! –
– אױב כ'האָב קײן טעות, װיסן זי,
זענט איר דאָס פרייליין ראַ –

– און איר זענט יאַקאָב, מיין קוזען?
און זי װערט װי צונטער רױט ,
און יעקב טראַכט אין האַרץ ביי זיך
– או־װאָ, אַ װאַזשנע מױד!

זײ גיבן בײדע זיך די הענט,
אַ קילער אָװנטװינט
נעמט זײ בײדע פעסט אַרום
אַ רגע און-פאַרשװינדט