געציילטע לידער פון איציק מאַנגער

Monday, February 19, 2007


כ'האָב זיך יאָרן געוואַלגערט

כ'האָב זיך יאָרן געוואַלגערט אין דער פרעמד,
איצט פאָר איך זיך וואַלגערן אין דער היים.
מיט איין פּאָר­­
שיך, איין העמד אויפן לייב,
אין דער האַנט דעם שטעקען. ווי קען איך זיין אָן דעם?

כ'וועל נישט קושן דיין שטויב ווי יענער גרויסער פּאָעט,
כאָטש מיין האַרץ איז אויך פול מיט געזאַנג און געוויין.
וואָס הייסט קושן דיין שטויב? איך בין דיין שטויב.
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין?

כ'וועל שטיין פאָרגאַפט פאַר דעם כנרת בלאָ,
אין מיינע בגדי־דלות אָנגעטאָן,
אַ פאַרוואָגעלטער פּרינץ, וואָס האָט געפונען זיין בלאָ,
און בלאָ איז זיין חלום פון תמיד אַָן.

כ'וועל נישט קושן דיין בלאָ, נאָר סתם אַזוי
ווי אַ שטילע שמונה־עשרה וועל איך שטיין —
וואַָס הייסט קושן דיין בלאָ? איך בין דיין בלאָ.
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין?

כ'וועל שטיין פאַרטראַכט פאַר דיין מדבר גרויס
און הערן די דורות
־אַלטע קעמל־טריט,
וואָס וויגן אויף זייערע הויקערס איבערן זאַמד
תורה און סחורה, און דאָס אַלטע וואַנדער
־ליד,
וואָס ציטערט איבער די זאַמדן הייס
־צעגליט,
שטאַרבט אַָפּ, דערמאָנט זיך און וויל קיינמאָל נישט פאַרגיין.
כ'וועל נישט קושן דיין זאַמד, ניין און צען מאָל ניין.
וואָס הייסט קושן דיין זאַמד? איך בין דיין זאַמד,
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין?



0 Comments:

Post a Comment

<< Home