געציילטע לידער פון איציק מאַנגער

Monday, February 26, 2007

די באַלאַדע פון איוב דעם תבואה־סוחר

--







די באַלאַדע פון איוב דעם תבואה־סוחר


צו איוב דעם תבואה־סוחר
גענענט דער ערשטער שטאַפעט:
"דיין ווייב האָט זיך אויפגעהאַנגען
אויף אַ האָקן איבערן בעט!"
בייגט איוב דעם קאָפּ און זאָגט:


"ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן,
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גרויסע, טרויעריקע אויגן."


גענענט דער צווייטער שליח:
"ר' איוב, אַ מאַלער,
דיין איידעם, דער מתמיד דער עילוי,
איז אַוועק מיטן מיליטער."
בייגט איוב דעם קאָפּ און ער זאָגט:


„ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן,
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גרויסע טרויעריקע אויגן."


גענענט דער דריטער שליח,
אַ ליטוואַק מיט אַ "סין":
"די עגונה, דיין טאָכטער סיינדל,
איז אַראָפּעט פונעם זין."
בייגט איוב דעם קאָפּ און ער זאָגט:


"ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן,
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גרויסע טרויעריקע אויגן."


גענענט דער פערטער שליח
און טרייסלט מיט די חענט:
"אַ שריפה, ר' איוב, אַ שריפה,
האָט דיינע שפּייכלערס פאַרברענגט!"


בייגט איוב דעם קאָפּ און זאָגט:
"ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן.
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גויסע, טרויעריקע אויגן."


און איוב דער תבואח
־סוחר,
ניין, איוב דער אָרעמאַן!
דרייט זיך אום ווי אַ שאָטן
מיטן שטעקעלע ביי דער באַן.


קען איוב דאָס פייפן נישט ליידן,
ווערט ער אַליין אַ סאָווע און פליט
אַראָפּ צו דער ווערבע ביים וואַסער
און זינגט פאַר דער ווערבע דאָס ליד
מיטן ניגון פון "איוב" אין חדר:


"ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן.
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גרויסע טרויעריקע אויגן."


0 Comments:

Post a Comment

<< Home