געציילטע לידער פון איציק מאַנגער

Monday, February 26, 2007

די באַלאַדע פון איוב דעם תבואה־סוחר

--







די באַלאַדע פון איוב דעם תבואה־סוחר


צו איוב דעם תבואה־סוחר
גענענט דער ערשטער שטאַפעט:
"דיין ווייב האָט זיך אויפגעהאַנגען
אויף אַ האָקן איבערן בעט!"
בייגט איוב דעם קאָפּ און זאָגט:


"ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן,
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גרויסע, טרויעריקע אויגן."


גענענט דער צווייטער שליח:
"ר' איוב, אַ מאַלער,
דיין איידעם, דער מתמיד דער עילוי,
איז אַוועק מיטן מיליטער."
בייגט איוב דעם קאָפּ און ער זאָגט:


„ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן,
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גרויסע טרויעריקע אויגן."


גענענט דער דריטער שליח,
אַ ליטוואַק מיט אַ "סין":
"די עגונה, דיין טאָכטער סיינדל,
איז אַראָפּעט פונעם זין."
בייגט איוב דעם קאָפּ און ער זאָגט:


"ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן,
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גרויסע טרויעריקע אויגן."


גענענט דער פערטער שליח
און טרייסלט מיט די חענט:
"אַ שריפה, ר' איוב, אַ שריפה,
האָט דיינע שפּייכלערס פאַרברענגט!"


בייגט איוב דעם קאָפּ און זאָגט:
"ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן.
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גויסע, טרויעריקע אויגן."


און איוב דער תבואח
־סוחר,
ניין, איוב דער אָרעמאַן!
דרייט זיך אום ווי אַ שאָטן
מיטן שטעקעלע ביי דער באַן.


קען איוב דאָס פייפן נישט ליידן,
ווערט ער אַליין אַ סאָווע און פליט
אַראָפּ צו דער ווערבע ביים וואַסער
און זינגט פאַר דער ווערבע דאָס ליד
מיטן ניגון פון "איוב" אין חדר:


"ביים וואַסער שטייט אַ ווערבע,
די ווערבע איז איינגעבויגן.
אויף דער ווערבע זיצט אַ סאָווע
מיט גרויסע טרויעריקע אויגן."


Monday, February 19, 2007


כ'האָב זיך יאָרן געוואַלגערט


כ'האָב זיך יאָרן געוואַלגערט אין דער פרעמד,
איצט פאָר איך זיך וואַלגערן אין דער היים.
מיט איין פּאָר­­
שיך, איין העמד אויפן לייב,
אין דער האַנט דעם שטעקען. ווי קען איך זיין אָן דעם?


כ'וועל נישט קושן דיין שטויב ווי יענער גרויסער פּאָעט,
כאָטש מיין האַרץ איז אויך פול מיט געזאַנג און געוויין.
וואָס הייסט קושן דיין שטויב? איך בין דיין שטויב.
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין?


כ'וועל שטיין פאָרגאַפט פאַר דעם כנרת בלאָ,
אין מיינע בגדי־דלות אָנגעטאָן,
אַ פאַרוואָגעלטער פּרינץ, וואָס האָט געפונען זיין בלאָ,
און בלאָ איז זיין חלום פון תמיד אַָן.


כ'וויל נישט קושן דיין בלאָ, נאָר סתם אַזוי
ווי אַ שטילע שמונה־עשרה וועל איך שטיין —
וואַָס הייסט קושן דיין בלאָ? איך בין דיין בלאָ
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין?


כ'וועל שטיין פאַרטראַכט פאַר דיין מדבר גרויס
און הערן די דורות
־אַלטע קעמעל־טריט,
וואָס וויגן אויף זייערע הויקערס איבערן זאַמד
תורה און סהורה, און דאָס אַלטע וואַנדער
־ליד,
וואָס ציטערט איבער די זאַמדן הייס
־צעגליט,
שטאַרבט אַָפּ, דערמאָנט זיך און וויל קיינמאָל נישט פאַרגיין.
כ'וועל נישט קושן דיין זאַמד, ניין און צען מאָל ניין.
וואָס הייסט קושן דיין זאַמד? איך בין דיין זאַמד,
און ווער קושט עס, איך בעט אייך, זיך אַליין?




Friday, September 09, 2005

פון חומש לידער

--






חווה ברענגט אדמען דעם עפּל

אדם־הראשון ליגט אין גראָז
און שפּײט צום וואָלקן אַרויף.
בעט זיך דער וואָלקן תחנונימדיק:
"אדמשי קרוין, הער אויף!"


שטעלט אים אדם אַרויס די צונג
"כמאַרע קאַפּאַרע, אַבע!
"
און ס´פליט אַ דינער שטראַל – אַ שפּײ
"און נאַ דיר, נעם און זע!"


דער וואָלקן ווישט מיט דער לאַפּע אָפּ
דעם שפּײ און ברומט פאַר כעס:
"אַז מען טוט נישט גאָרנישט גאַנצע טעג

און מען גייט או פּוסט און פּאַס!"


אדם־הראשון לאַכט און קייכט
און שטשירעט די ווײסע ציין,
קומט פון דער גרינער עפּל־אַליי
די מוטער חוה צו גיין.


וואו ביסטו געווען, עוואַ, מײן ווײב?
"
וואו ביסטו געווען, מײן קינד?"
"איך בין געווען אין דער פלוימען־אַליי
און געפּלוידערט מיטן ווינט."


"דו ביסט נישט געווען אין דער פלוימען־אַליי,
דו זאָגסט מיר אַ ליגנט גאָר,
סע שמעקט דאָך מיט עפּל פון דײן לייב
און מיט עפּל פון דיינע האָר."


"כ´בין טאַקע געווען אין דער עפּל־אַליי,
ס´אַראַ שוואַכן זכרון איך האָב;
האָסט טאַקע געטראָפן, אַדאַם מיין מאַן,
אַ לעבן אויף דײן קאָ
פּ."


"וואָס האָסטו געטון אין דער עפּל־אַליי,

עוואַ, מײן גאָלדענעס קינד?"
"איך האָב געפּלוידערט מיט דער שלאַנג
מכוח דער מיצווה זינד."


און ס´ציטערט דער עפּל אין איר האַנט
און פינקלט ווי שאַרלאַך רויט
און ס´שאָטנט אויס די דעמערונג
די תאווה און דעם טויט.


אדם־הראשון פיבערט און קאָן
באין אופן נישט פאַרשטיין,
פאַרוואָס איר קול איז צוקערזיס
און זי איז מלא־חן.


ער שטרעקט מיט אַ ציטער אויס די האַנט. –

וואָס טוסטו, אדם, הא?

די נאַכט לעשט ביידע געשטאַלטן אויס
און פּתח שין מאַכט – שאַ.








יעקב אבינו באַגעגנט זיך מיט רחלען


יעקב אבינו שלעפּט זיך מיד
אין שפּעטן אָװנט אַרײן –
אָט איז דער ברונעם דאָרטן לינקס,
דאָ מוז עס זיכער זיין.

ער נעמט דאָס חומשל אַרױס:
– אװדאי דאָ, –
איז װי זשע קומט עס טאַקע, הא?
װאָס זי איז נאָך נישטאָ

זי גײט, זי לױפט, איי פאָטערל!
מיטן קריגל אין דער האַנט,
נאָך שענער װי אין חומש שטײט –
אַן אמתער באַרליאַנט.

– גוטן אַבענד, שײנע מאַדמאַזעל,
איך בין דאָ, װיסן זי,
אַ גר, אַ פרעמדער אין דעם אָרט,
דאָס הײסט, אַז נישט פון הי.

– נאָר כ'האָב דאָ, פרייליין, װיסן זי,
איין אָנקל אין דעם לאַנד,
ער מוז איהן, פרייליין, װיסן זי,
אװדאי זיין באַקאַנט.

– לבן הײסט ער, װיסן זי,
ער איז נישט אַבי־װער,
ביי אונדז אין שטעטל זאָגט מען אַז
ער איז איין מיליאָנער.

– לאַבאַן האַאַראַמי, יונגער מאַן,
דאָס איז דאָך מיין פּאַפּאַ! –
– אױב כ'האָב קײן טעות, װיסן זי,
זענט איר דאָס פרייליין ראַ –

– און איר זענט יאַקאָב, מיין קוזען?
און זי װערט װי צונטער רױט ,
און יעקב טראַכט אין האַרץ ביי זיך
– או־װאָ, אַ װאַזשנע מױד!

זײ גיבן בײדע זיך די הענט,
אַ קילער אָװנטװינט
נעמט זײ בײדע פעסט אַרום
אַ רגע און-פאַרשװינדט

Friday, December 03, 2004

רבנו תם

rabeinu Tam



.

אַ פויגל האָט היינט, מלכהלה


,אַ פויגל האָט היינט, מלכהלה
:געזונגען אויף מיין דאַך
דאָרט וואו ס'ענדיקט זיך די שטאָט
הייבט זיך אָן דער שליאַך

,טאָ נעם דעם שטעקן, וועלוול־קרוין
אין דער האנט און שפּאַן
אויב דו האָסט ניט קיין בילעט
צו פאָרן מיט דער באַן

נעכטיקן קענסטו אין פעלד
...און עסן... שמעסן... עט
פון ווען אָן טראַכט עס וועגן פרעס
?אַ יידישער פּאָעט

זע, מלכהלע די שיינע וואַרט
,שוין יאָרן־לאַנג אויף דיר
אַ סימן האָסטו: יעדע נאַכט
פארשליסט זי נישט די טיר

:האָב איך צו אים געזאָגט אַזוי
היי, פויגל פלאַטער־פלי
דו ביסט ווייזט אויס אַ נעכטיקער
?אָדער נישט פון הי

,און אפשר גאָר אַ שוטהלע
וואָס ווייסט נישט מן הסתם
אַז צווישן מיר און מלכהלען
.רוישט דער שוואַרצער ים

:און ס'זאָגט דער שוואַרצער ים אַזוי
העי, מענטשל, צוציק, שווייג
שפּאַנען קענסטו אויפן שליאַך
!נאָר איבער מיר -- אַ פייג

און ס'איז דער פויגל פלאַטער־פלי
אַוועק פון מיר פאַרשעמט
,און ס'האָט דאָס האַרץ מיר, מלכהלע
.אַ גאַנצן טאָג געקלעמט



Itzik Manger by Arthur Kolnik

יונגער איציק מאַנגער, געצייכנט פון אַרטור קאָלניק